יום שני, 24 ביולי 2023

וויאזוי קען איך עס טוהן צו מיינע עלטערן?

איך וויל לעבן. 
גוט.
צופרידן.
נישט אזוי ווייט פאר מיר (איך בין דאך מחונך אויף נישט צו דארפן גארנישט פאר מיר אליין) ווי פאר מיינע טייערע קינדערלעך.
אבער.
איך מוז בלייבן אינעם געטא.
איך האב נישט קיין ברירה.
פארוואס? איז אזוי;
מיין מאמע תחי' האט נישט קיין לעבן. מיין טאטע יחי' האט נישט קיין לעבן.
זייער איינציגע טרייסט איז אז זיי לעבן(?) אויף אן אופן וואס ברענגט נחת רוח להבורא ית', און דאס, און נאר דאס, איז גוט זיס און לעכטיג.
אלזא, אויב איך וועל לעבן אנדערש ווי זיי וועט דאס זיי מאכן קוועסטשענען זייער גאנצע אידאלאגיע, וואס איז אזוי אויך היבש שוואך..
און איך האב נישט דאס הארץ דאס צו טוהן צו זיי.
איך מיין אז איך בין נישט דער איינציגער, אדרבה לאמיר טאקע הערן פון אייך, חשוב'ע ליינער, שפירט איר אפשר אויך אזוי אדער ענליך?

יום חמישי, 13 ביולי 2023

אוי געוואלד

 ס'איז די דריי וואכן, מ'טרויערט... ס'קומט תשעה באב, ס'גייען פארקומען יללות... אבער איך קען נישט וויינען...

אזא שיינע וועלט, געשמאקע צייטן, מ'לעבט בהרחבה, פרייהייט אין אלע ווינקלען, יא עס מאכן זיך צרות דא און דארט, אבער דאס ברענגט מיר עפעס נישט צו וויינען, ווייל איך ווייס אז דאס איז דער טבע הבריאה, אזוי קומט עס און פארטיג...

בקיצור, איך זוך אן עצה צו וויינען 😢

יום שני, 24 באפריל 2023

אידישקייט איז דא צו פארבלייבן, דא איז פארוואס

אמת טאקע אז אידישקייט בויעט זיך אויף שכל'דיגע סברות, אמונה איז באזירט אויף מסורה געמישט מיט לאגישע טענות, דאך אבער איז דאס נישט וואס דרייווט אידישקייט אין די לעצטע צייט.

און דאס איז טאקע באקאנט אז היימישע אידן רעדן נישט אפט איבער אט די שכל'דיגע סברות, אויסער אין א נויטפאל.

אידישקייט איז אונזער לעבן און מהות. מיר אטעמען דאס.

אלע אונזערע האפענונגען און שטערבונגען פון די סעקונדע וואס מיר וואקסן אויף ביז ווען מיר פארמאכן די אויגן דאס לעצטע מאל - איז ארום אידישקייט.

ווען מיר בענקען און ליבן אונזערע עלטערן - איז עס ארום זייער אידישקייט.

ווען מיר צוען אויף אונזערע קינדער - איז עס ארום זייער אידישקייט.

ווען מיר האפן אויף א גוטע וועלט - איז עס ארום אידישקייט.

ווען מיר גלייבן אז עס וועט זיין גוט - איז עס מכח אידישקייט.

ווען איך האב אמאל גערעדט מיט א משפיע איבער אמונה שאלות וואס ווערן שטערקער מיט א יעדע פארבייגייענדיגע צענערליג-יאר, האט ער מיר בתוך הדברים געגעבן א פרעג: וואס טראכט דער כופר? פארוואס מוטשענען מיר זיך א גאנץ לעבן? פאר גארנישט???

- המשך יבוא -

יום שלישי, 18 באפריל 2023

א ברענעדיגע געביידע

יעדער ווערט געבוירן א קינד.

יעדער ווערט מחונך אלץ קינד.

א קינד'ס פארשטאנד איז באגרעניצט.

ווען מען ווערט עלטער באקומעט מען א בעסערע פארשטאנד. דער וואס איז אינטערסירט דערין.

רעליגיע... אידישקייט... טיפע ענינים, הייליג און הארציג... מ'דארף אבער פארשטיין צו זיי, ווי אן ערוואקסענע.

צום אלעם ערשט, כאפ א האק, אזא סארט וואס אברהם אבינו האט גענוצט, און צושמעטער די געצן פון זיכערקייט. 

דערנאך עפן דיין הארץ, דיינע אויגן און אויערן.

אויב בענקסטו זיך צו זיכערקייט, די נסיון פון עבודה זרה פלאקערט אין דיר, ווער נישט צובראכן, א מענטש איז נאר א מענטש.

גיי איבער מיט דיין טערעפיסט צו זעהן וואספארא חלל דו פרובירסט צו ערפילן מיט אט די זיכערקייט וואס דו לעכצט נאך.

און ווען דו ביסט גרייט ווייטער צו טראכטן און שפירן, קוק דיך אום, און פרוביר צו טרעפן דעם בעל הבירה.

יום שני, 10 באפריל 2023

עלימענירן פיין און ווייטאג? הלואי קען מען! (חלק א: בחורים מושבתים ממנגינתם)

אידן דרייען זיך ארום מיט ווייטאג אויסגעגאסן אויף די געזיכט.

יעצט בין הזמנים קען מען נישט נישט אדרעסירן די בחורים פראבלעם צום אלעמען ערשט.

די חברה דרייען זיך מיט אזא מין צובראכנקייט.

פארקנאקט און פארזעצט. הונגעריג נאך אביסל לעכטיגקייט.

דער עילוי דער מתמיד איז זוכה צו עולמך תראה בחייך... ער שווימט אין ים החכמה... אבער וואס איז מיט די איבריגע...?!

די הארמאנען מאנען און פאדערן זייערס, און לעומתם ארור יאמרו, זיי זענען פארשאלטן מיט די ערגסטע קללות אויב חלילה פאלן זיי דורך מיט א נגיעה קלה...

מ'קומט אהיים אויף יום טוב, די שוועסטערס בליען און שמייכלען, אבער דער דיסקרימאניטע גענדער, די זכרים, זיצן און קלאגן...

שוין עד כאן פאר יעצט.

כל טוב!

וויאזוי קען איך עס טוהן צו מיינע עלטערן?

איך וויל לעבן.  גוט. צופרידן. נישט אזוי ווייט פאר מיר (איך בין דאך מחונך אויף נישט צו דארפן גארנישט פאר מיר אליין) ווי פאר מיינע טייערע קינד...